מילות השיר:
ביי פרעה אין מצרים שווארצע קנעכט, אין פינצטערניש געלעבט ביטער און שלעכט, דיינע וונדער און דיין שטארקייט האבן מיר דאן אלע געזען, די ניסים וואס זענען דארט געשען.
א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט, דער רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט, די דונערן די בליצן פלאקערן פון בארג סיני, נאר פאר תורה איז די וועלט כדאי.
א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר, און וואס דו דארפסט מיין קינד בעט עס נאר פון מיר, פאר'ן נדן קריגסטו א מתנה דאס הייליג לאנד, היט עס נאר גוט אפ מיט דיין פארשטאנד.
די כלה אזוי איידל שיין און גוט, וועט באלייכטן דיינע וועגן אלע דיינע טריט, און חלילה אויב ביסטו אמאל פארגעסן איר, מיט בענקשאפט וועט זי ווארטן דארט אויף דיר.
דעם בית המקדש דארט'ן אויף געשטעלט, א פראכט א שיינקייט פאר די גאנצע וועלט, אבער נארישע קינדער מיר האבן זיך פארזינדיקט פאר דיר, געוואלד, ווי מיר בענקען היינט נאך איר.
אזוי פול לאנגע יארן ביטער און שלעכט, נישט ביי פרעה נאר ביי זיך אליין א יעדער איז א קנעכט, דעם אמת טיף אין הארצ'ן ווייסן דאך מיר אליין, רבונו של עולם וואס איז מיט אונז געשען.
השיבנו ה' אליך, קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה, דיינע גרויסע וונדער באווייז די פעלקער נאך אמאל, דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל
מרדכי בן דוד - גלות מצרים | Paroh In Mitzrayim
מקור: לא צויין, לחן: לא צויין, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: The Yiddish Collection.
yosittt | יום ראשון ט' ניסן התשע"ו, 17-04-2016 בשעה 15:33צפיות: 6607.

מרדכי בן דוד

עוד באתר:
חוזר אחורה בצו השעה
נתנאל לייפר חוזר אל אלבומו השני והמיוחד של אומן הרוק היהודי גבריאל חסון "צו השעה" וחושב שמדובר באלבום חובה לכל אוהבי הרוק והמוסיקה היהודית המקורית
כיסופים לעבר...
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש של מרדכי בן דוד "כיסופים". בואו לקרוא מה משמח אותו מה מרגש אותו ומה גורם לו לאכזבה...
תהילה למזרח
עם פתיחת עונת הבקשות והחורף הבעל"ט החלטנו להאיר על יוזמה מבורכת המשתמשת בכוחה של המוסיקה שהשפעתה העצומה על הנפש ידועה. מכון תהילה למזרח של הרב שמעון כהן ביוזמה מבורכת למען הנוער וחובבי המוסיקה
אבי בן ישראל מחכה ל(גי)נס..
אבי אברהם בביקורת מיוחדת על האלבום מחכה לנס של הזמר אבי בן ישראל.