לוי יצחק פאלקאוויטש - סוד של משקה

מקור: לא צויין, לחן: אברהם מרדכי שווארץ, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: טוב לי.

yosittt | יום שלישי א' טבת התשע"ח, 19-12-2017 בשעה 13:42צפיות: 2797.
לוי יצחק פאלקאוויטש
לוי יצחק פאלקאוויטש
מילות השיר:
ביים צמח צדק, האט דער סיפור פאסירט
ווען מיט חסידים, א פארברענגן געפירט
די חסידים מיט דארשט געטרינקן
אין טיפע מחשבות, פון חסידות פארזינקן

מ'גיסט אָן גלעזלעך משקה, איינס נאכן צווייטן
די שמחה טוט זיך גאר שנעל פארשפרייטן
מיט הארציגע ניגונים געזאנגן
אבער פלוצלינג... די משקה איז אויסגעגאנגן.

מ'קוקט און מ'זוכט עצות מ'קלערט
יעדע פלאש אויפן טיש שוין איבערגעקערט
באשעפער מ'וויל זיך פרייען למען שמך
נישטא מיט וואס, להשקות צמאי חסידיך

דער צמח צדק בעט פון א חסיד גאר געטריי
זלמ'לע טו א טובה, ברענגן משקה גיי
גלייך נאכן רבי'נס באפעל געשווינד
ער לויפט אין די גאסן זוכן בראנפן אצינד

ס׳שפעט אין די נאכט, נישט אפן קיין געשעפט
פון די גוטע שארפע סחורה, ווי מ'טרעפט
ער זעט פון דערווייטען ס'איז נִיכּר
עס קומט איהם אנקעגן, איוואַן דער שיכור

ער גייט דארט אזוי, מיט וואקלדיגע טריט
אין די הענט א באטל וואדקע, מיט א גוטן אפּעטיט
אזא אוצר ער טוט פארמאגן
הלואי הלואי... פארן רבי'ן צו טראגן

לאמיר נאר מיט איהם דעם געשעפט שליסן
און ביים פארברענגן וועט זיך ווייטער די משקה גיסן
צום שיכור לויפט ער צו דאס מקח צו מאכן
אבער דער גוי נעמט זיך עם אין פנים לאכן

ניין ניין ניין שרייט ער, בשום אופן
דאס פלעשעלע וועל איך דיר נישט פארקויפן!
ער כאפט עס אָן, לאזט עס נישט ארויס פון האנט
זלמ'לע שטייט און העכערט די פרייז נאָכאַנאַנד

ביז פופצן רובל טבין וּתּקילין
אזא געלעגנהייט וויל ער נישט פארשפילן
מער פון דעם האט ער שוין נישט אין זיין טאש
אבער איוואַן דער שיכור איז נישט מוותר אויפן פלאש...

זאגט איהם זלמן, א קשיא מיר עס פלאגט
פארוואס האסטו פופצן רובל אפגעזאגט
זיך באנארישט אויף אזא פרייז
וואלסט געקענט דערמיט קויפן די האלבע גאַס

איוואן ביסט נישט קיין נאַר דיין קאפ ארבעט גוט
וואלסט געקענט ווערן א עושר, אין איין מינוט
קוק ארום די אלע הייזקעלעך קליינע
זיי וואלטן יעצט געקענט גאר ווערן דיינע

איוואן קוקט צוריק מיט א בליק פון רחמנות
און ענטפערט איהם מיט שפאַס און ליצנות
אוי זלמ'לע אוי זלמ'לע דו נאַר איינער
מיט דעם פלעשעלע ווערט, גאנץ פעטערבורג מיינער!

איך טרינק מיט א געשמאק און איך ווער גאר הויעך
איך קען דערזען וואס איך וויל אין מיין מוח
איך קען גאר שפירן ווי, דער צאַר, ווי א גביר
דעמאלטס בין איך בעל הבית, און ס'האט נישט קיין שיעור

ר' זלמן לויפט צוריק צום רבי'ן מיט זריזות
דער עולם באטראכט איהם, די משקה ווי-איז-עס?
רבי קיין בראנפן האב איך נישט א שאָד
אבער איך האב מיטגעברענגט א אנדערע אוצר אנשטאָט

"דער סוד פון משקה" טו איך שוין פארשטיין
איך האב עס מקבל געווען פונעם שיכור אליין
ווען מ'איז בשמחה אויפגעלייגט
דעמאלטס גאר הויעך דער מענטש ער שטייגט

גארנישט, איז צו גרויס גארנישט איז צו שווער
מיט שמחה, קען מען דערגרייכן, מער און מער
די כוח פון שמחה ווערט קיינמאל, אפגעשטעלט
און דעמאלטס קען מען האבן די גאנצע וועלט...
הערות על השיר:
לחן: אברהם מרדכי שווארץ.
עיבוד: רובי בנט.
מיקס: גיל טלמן.
מאסטרינג: איציק פליבה.
תופים: טל כהן | בס: גיא דן | פסנתר: ירון גוטפריד
הוקלט: באולפני ברדו - רמת גן, ישראל | טכנאי הקלטה: גיל טלמן
גיטרות: אבי סינגולדה | כלי הקשה: גדי סרי | הוקלט: באולפני בנט - בני ברק, ישראל
בראסים: אריק דוידוב - אדי מאירי - גרג | הוקלט: באולפני גל קול - בני ברק, ישראל
כינורות: חברת אייל שילוח | הוקלט: באולפני צוללת - תל אביב, ישראל
חליל צד: אברומי באש | הוקלט: באולפני Schnitzler Studios | טכנאי הקלטה: שלומי וועכטער
קולות רקע: לוי פאלקאוויטש | הוקלט: באולפני MK Studios Monroe NY.

עוד באתר:

  • Classic Storm - כשמו כן הוא...

    אחרי זמן מה שלא כתבתי, חזרתי לכושר עם אלבום שנתן לי הרבה כוח להמשיך לכתוב, של שני אומנים, אב ובן, שהפיקו משהו מעניין במינו - מנגינות קלאסיות בעיבוד מודרני... קריאה מהנה ונעימה...

    Classic Storm - כשמו כן הוא...
  • שבת ב"זעיר אנפין"

    ביקורת מוסיקה על האלבום השלישי בסדרה של יצחק מאיר "זעיר אנפין" המוקדש לקבלת שבת וסעודה שלישית

    שבת ב"זעיר אנפין"
  • מידד טסה - הגירסא החדשה...

    איתן סיטון בביקורת חדשה עבור האלבום החדש והמוצלח של הילד (שכבר לא ילד) - מידד טסה...

    מידד טסה - הגירסא החדשה...
  • לא רק leap of shtik

    נתנאל לייפר בביקורת על האלבום החדש של הזמר ליפא שמלצער, הוא נהנה מהרמה הגבוהה של ההפקה ומהשירה המשתפרת מאד של ליפא, בואו לקרוא מה הוא היה מצנזר...

    לא רק leap of shtik