מילות השיר:
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט געדענק עס בעהט דיר א איד
עס בעהט דיר א איד
ערב יום כיפור אין שול
זיין קיטל ווייס ווי שניי
זיצט זיך דער עושר גאר שטיל
פארטיפט, אין תפלת זכאי
תשובה צו טון איך וויל
זיי מיר מוחל ה' אלוקי
ווען פלוצלונג וואונקט אים, אן ארימאן,
און בעהט אים דערביי
מאכט מיר אביסלע גרינגער
געטס מיר א שמעק, טאביק
דער עושר דרייט מיטן פינגער
נישט יעצט, שפעטער קום צוריק
טאטע, כ'גיי דאך אויס פאר הונגער
דאך בין איך פול מיט גליק
ווייל איך גלייב, אז וואס די געסט, איז פונקט גענוג
א קורצע צייט שפעטער
דאס רעדל געט זיך א דריי
דער עושר קיין געלט מער זעהט ער
דער ארימאן באקומען האט זיי
צום בעל שם טוב מיט א שאלה
וואס האב איך געזינדיגט דערביי
דער בעל שם, ענטפערט עם, מיין איד פארשטיי
כל נדרי נאכט, א שרעק
האסט אפגעזאגט אן ארימאן
ער האט געבעטן דיין טאביק א שמעק
גע זיך נאר א דערמאן
קום מיין ברודער איך וועל דיר לערנען
א יסוד אויף אלעמאל
ווי אזוי, מ'באגייט זיך, מיט כלל ישראל
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט געדענק עס בעהט דיר א איד
עס בעהט דיר א איד
זאגט דער בעל שם אויב דיין געלט ווילסטו דערלעבן
גיי און בעהט דעם ארימאן אן א צאל
ער זאל 'דיר' יעצט א שמעק טאביק געבן
און אויב נישט, צוריק ווי אמאל
דער עושר זיכט ארום
ביז ער טרעפט דעם ארימאן
אין פאלאץ, מיטן קעניג, טוט ער זיין
ער וועט מיר יעצט זיכער נישט געבן
ער איז פארנומען מיט א וויכטיגע זאך
האלא האלא געב מיר א שמעק טאביק
דער ארימאן שטעלט זיך אפ גלייך
ער דערלאנגט אהין דאס פושקע
אנטשולדיגט קעניג, שרים, און גראף
ווען א איד בעהט, איז א סימן, אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט געדענק עס בעהט דיר א איד
עס בעהט דיר א איד
פותח את ידך ומשביע לכל חי ״רצון״
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט טאטע עס בעהט דיר א איד
עס בעהט דיר א איד
אייביג זאלסטו בעטן
צום באשעפער געב א שריי
ווייל פותך את ידך
ומשביע לכל חי
פון טיפן הארץ א תפילה
ווייל דער טאטע געט דיך שוין
לכל חי לכל חי לכל חי רצון
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט איז א סימן אז ער דארף
ווען א אידעלע בעהט טאטע עס בעהט דיר א איד
עס בעהט דיר א איד
דודי קנאפלער - פותח
מקור: לא צויין, לחן: דודי קאליש, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: מיין חלום.
yosittt | יום חמישי כ"ו כסלו התשע"ח, 14-12-2017 בשעה 13:56צפיות: 3837.

דודי קנאפלער
הערות על השיר:
לחן ועיבוד: דודי קאליש..
לחן ועיבוד: דודי קאליש..

עוד באתר:
מזמורים נוספים- נתנאל לייפר על אלבומו החדש של קובי אוז
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש של קובי אוז "מזמורים נוספים"
Classic Storm - כשמו כן הוא...
אחרי זמן מה שלא כתבתי, חזרתי לכושר עם אלבום שנתן לי הרבה כוח להמשיך לכתוב, של שני אומנים, אב ובן, שהפיקו משהו מעניין במינו - מנגינות קלאסיות בעיבוד מודרני... קריאה מהנה ונעימה...
הקלאסיקה האישית של יוסי טורצקי
איתי סיטבון בכתבה חדשה על אלבום הבכורה המעניין של יוסי טורצקי - נס אלוקי. קריאה מהנה!!
בית הקדושה- סדרת אלבומי המופת נתנאל לייפר כתבה מספר 7
סדרת אלבומי המופת כתבה מספר 7 והפעם נתנאל לייפר מדבר על אלבומם המופלא של צמד "בית הקדושה"