הרב יוסף משה כהנא ומשה שטעקל - מזל

מקור: הרב יוסף משה כהנא, לחן: אליעזר קאליש, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: א אידישע מאמע.

yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 23:07צפיות: 2240.
הרב יוסף משה כהנא
הרב יוסף משה כהנא
מילות השיר:
אין שניי און רעגן,
צופיס אין די וועגן ,
איינגעבויגן, פארצווייפלטע אויגן ,
צום רבי’ן, ער גייט א נסיעה ,
שלעפט זיך ר’ מעכל אין די בלאטעס ,
מיטן אלטן כאלאט’ל וואס ער האט-עס ,
ער האפט ער וועט פועל’ן א ישועה.

ענדליך אנגעקומען ,
צום רבי’ן אריינגעקומען ,
ער דערציילט מיט טרערן ,
זיין מצב דעם שווערן ,
זיין דחקות דאס עניות ,
ווי אין זיין צובראכענע הייזל ,
נישטא קיין ברויט, קיין מזל ,
מיט עלעף קינדער,
הונגעריגע, אן קיין חיות.

רבי, וויינט ר’ מעכל ,
איך וואוין אין א לעכל ,
מיט מיין צדקת רעכל ,
א צובראכן דעכל ,
ס’רעגנט אין קעכל ,
ואין לחם לאכול.

דער רבי הערט זיך איין ,
כאפט אן די האנט ,
וואונטשט איהם דאן ,
וועסט זוכה זיין ,
בקרוב געשווינד ,
אי”ה צו נאך א קינד.

אבער רבי, רבי, רבי,
ער קען זיך נישט גלייבן וואס זיין אויער עס הערט ,
מיט קינדער, קינדער, בין איך ב”ה פארמערט ,
איך האב שוין קינדער עלעף ,
און אז ס’וועט שוין זיין צוועלעף ,
איך דארף ברויט פאר זיי, אוי רבי העלף!

דער רבי, דער רבי, דער רבי,
חזר’ט איבער זיין ברכה אצינד ,
מעכל, מעכל, געבענטשט ווערסטו מיט נאך א קינד ,
מיואש’דיג גייט ער פון דארט ארויס ,
שלעפט זיך צוביסלעך צו זיין הויז ,
דערציילט זיין פרוי זיין צער זי הערט איהם אויס.

זי האט אמונה געהאט ,
זי זאגט איהם גלאט ,
דער רבי זעהט ווייט ,
און נישט יעדע צייט ,
פארשטייען מיר פשט ,
ער האט זיכער א כוונה געהאט.

ער מוטשעט זיך קוים פארדינט ,
ביז א יאר-טאקע נאך א קינד ,
געזונט און זיס ,
א שלום זכור א ברית ,
א סעודת מצוה א זכיה ,
די שמחה זאל נישט זיין פארלאשן ,
צאמגעבארגט אפאר גראשן ,
ויקרא שמו בישראל יהושע.
די שטוב נאך ענגער ווי פריער ,
עניות לאין שיעור ,
די מאמע פראבירט ,
מיט די קינדער שפאנצירט ,
כאטש פרישע לופט שעפן ,
זיצנדיג מיט זיי ביים טייך ,
איז אריבער א פריץ’טע רייך ,
זעהט די מאמע, מיט צוועלעף קינדער,
זיך שלעפן.

די רחמנות ערוועקט זיך איר גלייך ,
נישט געזעהן אזא זאך ,
צוועלעף קינדערלאך ,
ארעם און שוואך ,
העלפן וויל איך אייך ,
איך האב דאך געלט אסאך.

זי געבט זיי א ריזיגע סכום ,
אזוי געטריי ,
קליידער פאר זיי ,
מעבל אלערליי ,
א דירה ניי ,
מיט אלע צוועקן ארום.

פריילעך, פריילעך,
ר’ מעכל, פארט צום רבי’ן א נסיעה ,
דערציילט דעם רבי’ן די השתלשלות פון זיין ישועה ,
האט דער רבי ערקלערט די וואונדער ,
כ’האב געזעהן נישט דו, דיין ווייב, נישט די קינדער ,
האבן נישט מזל פון פרנסה והרווחה.

מעכל, מעכל,
איך האב פאר ענק אראפגעברענגט א נשמה ,
וואס האט מזל, מזל, פון פרנסה אן קיין סומע ,
דורך יהושע’לע דעם קליינעם ,
א גרויסע ישועה אינאיינעם ,
ווייל ער האט גענוג מזל פאר די גאנצע משפחה.

דער הייליגער אר”י שרייבט אז
יעדעס קינד וואס קומט אויף דער וועלט ,
איז משפיע פאר די משפחה דאס גאנצע געצעלט ,
זיין ספעציעלע מזל ,
ברענגט ער מיט אין הייזל ,
און יעדער פארדינט פון יעדעס קינד.

יחד יחד,
פון יעדעס קינד,
מזל מען געווינט,
פארן הויז געזינד,
שפע עס רינט,
השפעות פון אויבן געשווינד.
הערות על השיר:
סולן: משה שטעקל.
סולן ילד: ישעי’ פערענץ, יוסי ווייס.
מקהלת ילדים: MK Studio..

עוד באתר: