מילות השיר:
V E R S E
מיט'ן סידור'ל געבויגן
טרערן גיסן גאָס נאך גאָס
פון הייליגן צדיק'ס אויגן
קלאגט, דעם תיקון חצות
פון שלאף ער דערוועקט זיך
א קול פון געוויין, עס קומט פון וואו
דער בעל אכסניה שרעקט זיך
צום צדיק גלייך גייט ער צו
V E R S E 2
מיין געטליכע גאסט איך שטיי דא און וואונדער, וואס זענען די טרערן
קוים האלב נאכט, אזוי פארטראכט, ביי מיר אין הויז
מיין קינד איך וויין, ווייל אונז וויל-מיר קיין ירושלים זיך אומקערן
ווען גיי-מיר שוין פון דעם גלות ארויס
רבי טייערע, אזא גזירה, ווער וויל אונז פארטרייבן
צו מיינע שאף אזוי צוגעבינדן' רבי איך האף דו פארשטייסט
א גוטע היימעלע מיט מיינע קינדערלעך, מיר ווילן דא פארבלייבן
אין ירושלים, וואס וועט זיין ווער ווייסט
V E R S E 3
דער צדיק הייבט אויף די אויגן, מיין קינד, זאגט ער צו אים
פארקלעמט דא צווישן די גוים, אזוי פאר'צער'ט
ס'זעהט דיר אויס ביי דיר אין פעלדל ביסטו אזוי באקוועם
דער בורא אין גלות מיט אונז פארשפארט
אוי ווי גוט וועט זיין מיט משיח אין ירושלים
יעדער איד אונטער זיין ביימעלע, אן אמת'ע רוה
נישט אקערן מיט שווערע עבודות, נישט דארפן זייען
פרידן, פאר אלע אידן, אן קיין מי
C HO RU S
דעמאלטס וועט זיין מנוחה
דעמאלטס וועט זיין שמחה
אוי מנוחה, אוי ושמחה, אור ליהודים
V E R S E
ירושלים אמאל ברינה
אידן געווען אויסדערוועלט
געזעסן מיט די שכינה
מ'ווייסט גארנישט וואס ס'פעלט
איש על מחנהו
אינעם עול פון דעם גוי
מיר ווארטן שוין ונראהו
בשוב השם את ציון
V E R S E 2
ווי א מאמע צו קינדערלעך אין בית המקדש אונטערן פארטוך
ווי איין משפחה בעיר מלוכה קרתא דירושלים
פון גוטע זכרונות זיך צו דערמאנען יעדער ווארט'עך
נאך אזויפיל יאר פארגעסט זיך דער אלטער היים
V E R S E 3
אוי טאטע, הבט משמים, אויף דיינע קינדער קוק שוין
מיט תיקון חצות, אזויפיל נעכט נאכאלץ זעמיר דא
אין אזא מנוחה ווער קען רוהן, באשעפער גענוג שוין
ווילאנג וועט מען נאך זאגן לשנה הבא
לשנה הבא, נאך די יאר, בארעה דישראל
זען דעם אור הגנוז דעם אויבערשטן'ס קרוין
והשיב לב אבות על בנים, אלע אויפאמאל
אין ירושלים אונזער אמת'ע וואוין
C HO RU S
פזמון
שמואלי אונגר - ס'בענקט
מקור: וועלוול פלדמן, לחן: משה לאופר, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: שמואלי 2.
yosittt | יום רביעי כ"ב חשון התשע"ז, 23-11-2016 בשעה 21:17צפיות: 3572.
שמואלי אונגר
הערות על השיר:
לחן ועיבוד: משה לאופער
מילים: וועלוול פלדמן
מיקס: אלי לשינסקי
קולות: ר׳ הרשל בריסק
CHORUS:
Sung by jews in
the concentration
camps at WW2.
לחן ועיבוד: משה לאופער
מילים: וועלוול פלדמן
מיקס: אלי לשינסקי
קולות: ר׳ הרשל בריסק
CHORUS:
Sung by jews in
the concentration
camps at WW2.
עוד באתר:
לויתן שהוא כריש...
נתנאל לייפר מארח לביקורת מיוחדת את מפיק המוסיקה היהודית המקורית האגדי צפי ארן שיכתוב על אלבום הרוק המשובח של שמואל לוי-לויתן RISING
מלא כל טוב
נתנאל לייפר בביקורת על "מלא עולם" אלבום הסולו השני של הזמר והיוצר שלמה כ"ץ. קריאה מהנה!
MP3 להאזנה...
נתנאל לייפר על אלבומו השלישי של הזמר החסידי מיכאל פרוזנסקי
חוזר אחורה בצו השעה
נתנאל לייפר חוזר אל אלבומו השני והמיוחד של אומן הרוק היהודי גבריאל חסון "צו השעה" וחושב שמדובר באלבום חובה לכל אוהבי הרוק והמוסיקה היהודית המקורית