חיים שלמה מאיעס - אוי א בראך!

מקור: חיים אלתר פאנט, לחן: שרולי ברונכר, ז'אנר: לא צויין.

נמצא באלבום: לא צויין.

yosittt | יום חמישי י"ב אלול התשע"ו, 15-09-2016 בשעה 11:25צפיות: 4201.
חיים שלמה מאיעס
חיים שלמה מאיעס
מילות השיר:
פזמון:
אוי אוי אוי אוי,
ווען אויף די הארץ טוהט דריקען זינג איך,
אוי אוי אוי אוי,
ווען קומט שוין אן די גליקען פרעג איך,
אוי אוי אוי אוי,
ס'וועט בעסער זיין מארגן האף איך,
אוי אוי אוי אוי אוי יוי.

בית:
איך געב א קוק ארום,
כמעט ווי יעדע איז שטום,
אלע איינגעטוהן אזוי.
קוים מען געבט אויף מיר א בליק,
אלע פארטוהן אין אייגען טריט,
אוי אוי אוי אוי יוי.

פון איין זייט דאגות אין געזונט,
און אויך נחת גרינג נישט קומט,
פארוואס בין איך פארפלאגט אזוי?
פרנסה אויף צווייטן זייט,
קוים צו לעבן בלייבט מיר צייט,
אוי אוי אוי אוי יוי.

וואס וועט ווייטער זיין,
עס פאלט מיר נישט איין קיין פלאן,
איך זעה נישט אז ס'איז דא א גלאטע וועג ארויס.
אין א בראך מיין הארץ זינקט,
אבער יענע רגע פונקט, אין א ווינק.
נעם איך זיך זינגען...

פזמון...

אוי א בראך!

המשך:
איך קוק אהין אהער,
אלע פרעגן איהר זענט ווער,
וואס הערט זיך וואס מאכט איהר אזוי.
וואס האט דא פאסירט,
אלע זענען אינטרעסירט,
הודו לה' כי טוב,

געלויבט די באשעפער איז,
ווי סאך דאנקן עם איך מיז,
ווי גליקלעך בין איך גאר אזוי.
פרנסה מאך איך שיין,
אלע געזונט ביי מיר אינדערהיים,
אוי אוי אוי או יוי.

עס ווענד זיך אין די קוק,
ווען איך געב א טויש דעם בליק,
פיל איך אנדערש ווי אפאר מינוט צוריק.
אין שמחה מיין הארץ שפרינגט,
און אין יענע רגע פונקט, אין א ווינק.
נעם איך זיך זינגען...

פזמון...

אוי א בראך!

איך בין אדארך יארן לאנג אין שווער,
איך קען שוין נישט מער,
באשפער הער הער מיין טרער.
אין א טאג נאך א טאג,
ווערט נאר גרעסער מיין פלאג,
אין איך זאג אין איך זאג אין קיינער הערט נישט וואס איך זאג.

איך שריי צום באשפער נאר ארויף ארויף ארויף,
אין פאר דיינע ישועה איך האף איף האף איך האף,
אין די ווייען אין די שרייען,
אין די קלאגען אין די קרייען,
זאל זיך טוישן נאר אויף פרייען,
לשנה הבאה בירושלים!
אוי א בראך...
הערות על השיר:
לחן עיבוד והפקה מוסיקלית: שרולי ברונכר
מילים: חיים אלתר פאנט
גיטרות: אבי סינגולדה
מיקס ומאסטרינג: Ben Lebron
הוקלט באולפני טנור - מיכאל צי
גרפיקה: אבי לביא.
להאזנה לשיר:
אוי א בראך!.

עוד באתר: