מיכאל שניצלער - דער געלעכערטער אמפער

מקור: שימי בלומענבערג, לחן: יוסי גרין, ז'אנר: חסידית.

נמצא באלבום: יא דו קענסט.

yosittt | יום רביעי כ"ח שבט התשע"ד, 29-01-2014 בשעה 18:56צפיות: 3142.
מיכאל שניצלער
מיכאל שניצלער
מילות השיר:
א וואס דער ט ערעגע רר גאר אן אל גטער עלעכערטער אמפער
קוואל וואסער טוט ער שעפן
די עמערס אויף די פלייצע האלט ער
אין שטאט עס אריין שלעפן
איין עמער האט אבער א שפאלט
וואסער טוט ארויס רינען
די אנדערע עמער עס האלט
פול מיט וואסער דערינען
א פאר יאר טוט ער אזוי טראגן
איין עמער טוט נאר האלב פארמאגן
זיין חבר קומט אן פול,
ווי אים אויך זיין ער וויל
ער קען עס שוין נישט איבערטראגן
איין טאג ער וויינט צום בעל הבית
פארוואס קומט מיר זיך דאס
פאררעכט מיינע שפאלטן,
איך וויל אויך אלעס האלטן
ענטפערט ער אים פארוואס
פון דיין שפאלטן איך ווייס
דו דארפסט נישט זיין בייז
דארפסט דיך נאר מיט דעם
גאר רימען
טוה נאר באמערקן
און זעה דיינע ווערקן
אויף דיין זייט וואקסט שיינע בלומען
יארן איך פלעג
אויף דיין זייט פון וועג
איינזייען קערעלעך
געהאט אינזינען
פון דיר וועט רינען
וועסט עס באוואסערן ערליך
מיט צרות באטראפן
פארליר נישט דיין האפן
אפילו דו טראגסט עס נישט איבער
קוק נאר אויף דיין זייט
פארשטייט מען די פשט
אז אלץ האט א סיבה
דיינע געוויינען
ווייל דו טוסט מיינען
אז צרות האסטו געליטן
קוק נאר אויף דיין זייט
אלץ האט א פשט
אלעס איז נאר צום גוטן
גארנישט איז נישט אומזיסט
די שפאלטענעס האבן דו מוזט
א חשבון א קלארן
האט דיין חסרון
זיי פרייליך די וועג וואס דו ביסט
דיין צער דיין ביטערניש
דעקט שיין דיין שבת טיש
מיט אלע קאלירן
טוסטו עס באצירן
בלומעלעך שיין און פריש
מ'מוטשעט זיך מ'טוט זיך פלאגן
די מצב זעהט אויס אזוי שווארץ
מ'טוט וויינען און קלאגן
מיט א צובראכענע הארץ
מ'גייט דורך א ביטערען גיהנום
צרות נאר ביי מיר פארהאן איז
פארוואס גייט נאר אזוי גוט ביי יענעם
צום הימל האט מען טענות
מ'איז אינגאנצן פארצער'ט
אויף א ישועה מ'ווארט
אזוי אנגיין טעגליך
איז ממש אוממעגליך
אבער אליין זיך מ'נארט
מ'געט עס אביסעלע צייט
זעהט וואס מ'האט געהאט
ס'איז דא אלע מיני
די גראז איז נישט גרינער
אויף די אנדערע זייט
פון דיין צרות איך ווייס
דו דארפסט נישט זיין בייז
דארפסט דיך נאר מיט דעם
גאר רימען
טוה נאר באמערקן
און זעה דיינע ווערקן
אויף דיין זייט,
וואקסט אויך שיינע בלומען
זיי נישט געפאלן
ווייל די זון שטראלן
אויך אויף דיר עס שיינט
קוק נישט אויף דיין שכן
האב נאר בטחון
אלעס איז גוט אויסגעפלאנט
מיט צרות באטראפן
פארליר נישט קיין האפן
אפילו די טראגסט עס נישט איבער
קוק נאר אויף דיין זייט
פארשטייט מען די פשט
אז אלץ האט דאך א סיבה
דיינע געוויינען
ווייל דו טוסט מיינען
אז צרות האסטו געליטן
קוק נאר אויף דיין זייט
אלץ האט א פשט
אלעס איז גאר צום גוטן
דו וועסט דיך נאר איבערצייגן
א תפקיד האט יעדער אן אייגן
וואס דו מיינסט איז חסרונות
איז גאר כשרונות
דו דארפסט נאר פון דעם שטייגן
אפילו דו ביזט עס נישט משיג
דיין לעבן איז נאר פאר דיר פאסיג
לטובה טוה קלערן
וויש אפ דיינע טרערן
אידעל'ע זיי דיך מחזק!
הערות על השיר:
לחן: יוסי גרין
נושא: שימי בלומענבערג
חרוזים: שימי בלומענבערג.

עוד באתר:

  • יעלה אלישבע מארחת בהיכל הניגון

    נתנאל לייפר בביקורת על אלבומה המיוחד של היוצרת יעלה אלישבע "היכל הניגון" שיצא מחדש ומושר על ידי מיטב הזמרים של המוסיקה היהודית

    יעלה אלישבע מארחת בהיכל הניגון
  • צוות 10

    נתנאל לייפר ממליץ על אלבומו התוסס והמושקע של הזמר והיוצר אוריאל מאור "אוריאל מאור וצוות 26" אחד האלבומים שהקדימו את זמנם . קריאה מהנה

    צוות 10
  • סולם אל בין השמשות

    נתנאל לייפר חוגג עשור לאלבום הבכורה של להקת "בין השמשות"

    סולם אל בין השמשות
  • ישן בחתונות, חדש על המדפים!

    איתי סיטבון בטור על אלבום הבכורה של כוכב הזמר החסידי אלי הרצליך "חתן דומה למלך".
    קריאה מהנה!

    ישן בחתונות, חדש על המדפים!