מילות השיר:
צו די לעכט ביים עמוד קוקט ער זיך צו פארגאפט
אין די אויגן טרערן וואס דרוקן אויס בענקשאפט,
כאטש אריבער שוין יארן - ליגט נאך טיעף אין זכרון
וואס די מאמע האט געבעטן מיט געוויין.
מיטן לעצטן אטעם אין די שווערע מינוטן פון איר
מיין קינד פארפעל קיינמאל קיין קדיש נאך מיר,
אין שוהל שוין א לאנגע צייט
מ’האלט קוים ביי... ‘ונשאם עד’
און צום עמוד אן מנין קען איך נישט צוגיין.
מאמע איך פארגעס חלילה פון דיר
צו טוהן פאר דיין נשמה איך פראביר,
א משנה, א קאפיטעלע, געזאגט מיט בכיה
דיין נשמה - מאמע - זאל האבן אן עליה
ער לויפט ארויס און פרעגט אויף יעדן זייטשוין אזוי לאנג איך ווארט און א צענטער מ’פארמאגט נישט,אבער דעם קדיש פרעגסטו פארוואס איך זאג נישט
אפשר קומט איר אריין, ס’איז מיין מאמע’ס יארצייט.
ר’ בערל דער עושר וואס גאלדענע געשעפטן פירט ער
דעם ביהמ”ד מיט שנעלע טריט אריבער שפאצירט ער,
איך יאג מיך צו מיינע געשעפטן
זאגט ער אפ דעם יתום וואס טרעפט אים
הונדערטער ארבעטער ווארטן אויף מיין באפעל
ר’ בערל לאזט נאך, דער טובה פאר דעם איד איך טו אים עס,דער יתום ער וויינט און בעט זיך איין מיט תמימות
ער זאגט זיין קדיש מיט געוויין
ר’ בערל ענטפערט יעדן אמן
געענדיגט און גלייך לויפט ער צום ארבעט שנעל
מיט יאגעניש ער איילט זיך צו זיין פארמעגן,
מיט פחד און שרעק לויפט מען אים אנטקעגן,
די רוצחים די רוסן האבן אלעס באהערשט
זיי זוכן דיר ארום, דעם בעה”ב ווילן זיי צום ערשט.
ער מאכט פליטה און פון לאנד איז ער אנטלאפן
ווען נישט די פאר מינוט וואס ער איז געבליבן אין ביהמ”ד שטייןווער ווייסט וואס פאר א סכנה וואלט אים ווען געטראפן,
און געענטפערט אויף יתגדל ויתקדש, אמן.
שטייט א איד אין שוהל און דאווענט אין סידור
פון בע”ת צום זייגער קוקט ער ווידער און ווידער,
וואס שלעפט מען היינט אזויפיל
וויל זיך שוין זען ארויס פון שול
איך האב שאדן פרנסה ס’איז א שאד א יעדע מינוט
ר’ בערל האט אויך געמיינט אז ער דערלייגט
צום סוף פונקט פארקערט זיך איבערגעצייגט,
די פאר מינוט וואס ער האט געגעבן
האט אים גאר געראטעוועט זיין לעבן
יעדער אמן יעדער לויב ברענגט פאר דעם מענטש נאר גוטס
דער באשעפער הערט זיך צו און טיילט אן אומזיסטער
צו די הודאה פון זיינע קינדער צו דעם גליסט ער,
און ווער עס ענטפערט באשיצט ער אים כנשר יעיר קינו
און קורעין לו גזר דינו.
עס לוינט נישט אידעלע, פארוואס זיך יאגן פארוואס
א קדיש אן אמן ברענגט דאך נאר השפעות,
גרויסע זכותים בעולם הזה ובעולם הבא
ווען א איד שרייט “אמן יהא שמיה רבא”
אוי אידעלע טו זיך איבערצייגן
פון דאווענען וועסטו נישט דערלייגן
נאר אדרבה דו וועסט נאר פארדינען דערביי
דער באשעפער איז דאך משביע לכל חי
געדענק ביים דאווענען יאג נישט
בבית אלוקים נהלך ברגש
ס’איז א זיכערע רוח בזה ולהבא
יתגדל ויתקדש שמיה רבא
יואל פאלקאוויטש - יאג נישט!
מקור: מרדכי אילאוויטש, לחן: נחמן זעלצער, ז'אנר: חסידי - יידש.
נמצא באלבום: אמן ואמן.
Siton | יום ראשון ב' אדר התשע"א, 06-02-2011 בשעה 21:54צפיות: 5823.

יואל פאלקאוויטש

עוד באתר:
גד ליאור רואה אופק חדש
נתנאל לייפר על אלבומו החדש והמושקע של הזמר והיוצר גד ליאור שיצא בהפקתו המוסיקלית של שמוליק דניאל (עמיר בניון,שולי רנד)
אלבומי המופת -תפילה לעני, גיל עקיביוב
נתנאל לייפר בסדרת אלבומי המופת של המוסיקה היהודית המקורית והפעם אלבומו רב החן של גיל עקיביוב "תפילה לעני", כתבה שניה בסדרה
המסע המופלא! נתנאל לייפר על ''מסע אל המקורות'' של שלמה גרוניך
נתנאל לייפר מתמוגג מאחת מיצירות הפאר של המוסיקה היהודית "מסע אל המקורות" של הזמר והיוצר שלמה גרוניך. ומצפה מגרוניך לשימת לב נוספת למילים ותוכנן. ובשורה האחרונה נותן לו 7 תווים...!!
היה שווה לחכות?
אחרי 7 שנים ו־8 סינגלים הגיע אלבום הבכורה של אבישי אשל - "השם אחד".
מבקר המוזיקה מאיר טרבלסי האזין וחזר לאחר כחודש עם טור חדש: