מילות השיר:
שא שא שא שא נישט רעדן אין בית המדרש
אוי וויי וויי וויי וואס פאר א צרה,
אין פאלאץ פונעם בורא
זיך אויפפירן מיט מורא
נישט רעדן ביים דאווענען, און קריאת התורה,
ווען מ’קומט אין שוהל אריין
שטיל דארף מען זיין
אזוי ווי עס פאסט פארן בורא אליין.

שא שא שא שא נישט רעדן אין בית המדרש
אוי וויי וויי וויי וואס פאר א צרה
א פחד א שרעק
די שכינה לויפט אוועק
אויב מ’איז חלילה נישט נזהר, דערפאר,
ביים דאווענען מ’זאל
היטן דאס מויל
דאן ווערט מען ניצל, פון יעדן צער.

אך טוב אך טוב אלעס גוט
ירדפוני אויף טריט און שריט
א יוד מיט געפיל, ער קומט אריין אין שוהל
און זיין מויל ער היט.

ער געדענקט אצינד לפני מי
פארן קודשא בריך הוא
מה נורא המקום, דער שוכן שחקים
די שכינה הקדושה רוהט.

ואני ברוב חסדך אבוא
אין שוהל אריינקומען מיט די מחשבה
מ’פארמאגט צוויי מויל, שתי פיות
איינ’ס פאר תורה ותפלה בלויז,
דער אנדערע מויל, פאר סתם א דיבור
ביים שוהל ביים טויער לאז עס דארט איבער,
ושבתי ושבתי בבית השם
נאר די הייליג מויל נעם.

מי שברך אבותינום
הוא יברך את כל מי
ששומר פיו ולשונו
ווען ער שטייט לפני קונו,
אך טוב אך טוב וחסד
אלע ברכות זוכה זיין ער וועט,
סייעתא דשמיא פונעם בורא כל עולמים
לאורך ימים.

צום שיינעם פאלאץ ער טוט שפאנען
צום דעם קעניג דער רחום וחנון,
א בקשה’לע וויל ער, בעטן א תפלה
ער זאל אים געבן געזונט און לעבן,
ער שטייט שוין פארן קעניג און ער רעדט זיך אויס
איינער קלאפט אים ער דרייט זיך אויס,
“אה יאנקעל וואס טוט זיך, וואס הערט זיך עפעס גוט?”
זאגט ער קעניג ווארט נאר א מינוט.

ענדליך פארטיג, ער וויל ווייטער גיין
‘אוי! וואו בין איך געבליבן שטיין?’
זיין טעלעפאן צוקלינגט זיך, די מוזיק צוזינגט זיך
ער הייבט אויף דער טעלעפאן ס’איז דאך זייער וויכטיג,
אינמיטן קריאת שמע איינער ביפט אים
“אה ס’איז וויכטיג, וואס טוט מען?”,
ער שיקט איהם א טעקסט, ער גייט צום נעקסט
ס’איז דאך חלילה נישט ריכטיג.

אוי פארן מלך דער בורא יתעלה
ער שטייט דאך און איז מתפלל,
ווי קען מען מפסיק זיין בשעת התפלה
מ’איז דאך דוחה די שכינה חלילה,
אוי געדענק די באשעפער’ס חסדים השם פה לאדם
ווען דו שטייסט פאר אים, דאווען ווארעם בלב תמים



מי שברך אבותינום
הוא יברך את כל מי
ששומר פיו ולשונו
ווען ער שטייט לפני קונו,
אך טוב אך טוב וחסד
אלע ברכות זוכה זיין ער וועט,
לאורך ימים.סייעתא דשמיא פונעם בורא כל עולמים
ועושה נחת רוח ליוצרו.

אשרי מי, וואויל איז דער
וואס היט זיין מויל און איז נזהר,
קיין שיחת חולין, ער רעדט נישט חלילה,
אין בית המדרש, בשעת התפלה.

אשרי מי, וואויל איז דער איינער
וואס דאווענט ערליך און גוט,
פון מה טובו, ביז עלינו
און איז נישט מפסיק אינדערמיט.

אוי ועושה נחת רוח
פון אלעם איז ער דעם דעת מסיח
נאר לקדש שמו, ליוצרו,
ועושה אוי ועושה
א נחת רוח גאר א גרויסע
נחת רוח, נחת רוח ליוצרו.

אשרי אשרי מי
אזא זכיה דערצו
די באשעפער די נורא תהלות
איז מקבל אלע זיינע תפלות,
אוי ווי לעכטיג און הייליג
ווי וואויל איז זיין חלק,
אין הימל איז אים אפען א טויער
די שכינה איז ער זוכה ורואה.

אוי ויזכה לראות בנים
מיט אריכות ימים ושנים
אוי אוי חיים וקיימים,
אויפשטעלן דורות שיינע
באמת ובתמים.ויעבוד את ה’ אלקינו

ועושה נחת רוח ליוצרו.