מילות השיר:
וכל אשר,
אז פאר איינעם גייט שווער,
ער ווארט אויף א סימן ברכה
ער וויל זוכה זיין צו הצלחה,
אוי וכל אשר
ער דארף נישט מער,
מיטן זאגן אמן, איז ער בטוח
אז וכל אשר יעשה, יצליח.
ווען א יוד איז, חלילה אין א קלעם
ס’גייט אים זייער ביטער,
ער ווארט, ער האפט, אויף ישועת השם
אלע מיני עצות פראבירט ער,
ער געט אויס געלט, טויזענטער מטבעות,
ער לויפט ארום אין אלע זייטן,
ער זוכט אויף, סגולות און קמיעות
ער האפט אויף גוטע רעזולטאטן.
א שאד זיין געלט
ס’האט נישט אויסגעפעלט,
זאגט דער חפץ חיים אצינדער
א פלא אויף מענטשן א וואונדער,
די בעסטע סגולה אויף די וועלט
קאסט נישט קיין געלט,
“יהא שמיה רבא” הויך
“אמן” מיטן גאנצע כח.
יעדער דארף דאס וויסן
ס’איז בדוק ומנוסה,
אמן איז מסוגל אויף אלעס
אויסצובעטן כל משאלות
קיין מיה קיין פלאג
נאר ערליך “אמן” זאג,
דארפסט זיך נישט זיין מטריח
נאר אשר יעשה יצליח.
ווען אידן זיך געפלאגט, מלחמות געיאגט,
האט דער חפץ חיים דאן געזאגט,
ווען פון גרויס ביז קליין, וועט זאגן אמן,
זיך מציל זיין פון טויט.
דער צדיק באבא סאלי געזאגט אמאל הדרכה
ווען אידן פלעגן קומען נאך א ברכה,
וואס קומט’ס עטץ דא, “יהא שמיה רבא”
וועט ענק העלפן אין א יעדע נויט.
פזמון
אמן ווער ס’איז שונה, קען זיין קונה,
בני חיי ומזוני,
ווייל אמן גייט גאר הויך, כריח הניחוח,
[בני] א יונגערמאן א שטיק צייט, שוין חתונה געהאט,די טויערן עפענען מיט כח,
ענדליך א קינד געבוירן,
אבער פארט, נישט לאנג געדויערט
זיי האבן אים נעבעך פארלוירן.
דעם צדיק (בבא סאלי זי”ע) ער זאגט אלעס,
ער נעמט שנעל זיין טלית,
ער מאכט א ברכה בכל לב,
וצונו להתעטף.
יעדער ענטפערט אמן,
ער זאגט דו קענסט שוין גיין,
דער אמן האט גע’פועל’ט שוין ברמה,
וועסטו האבן זרע של קיימא.
[חיי] א מעשה א וואונדער, א מאמע פון קינדער,
נעבעך א מחלה ביי איר,
דער דאקטער זאגט אליין,
דריי חדשים צו גיין,
א פחד ביי יעדע ריר,
איר מאן אין שוהל געקומען, זיך אינטערגענומען
צו זאגן אמן בכל כוחו,
דער דאקטאר זאגט שפעטער, קיין זכר נישט זעט ער,
כל העונה מאריכין לו.
[מזוני] חז”ל זענען מגלה
וואס טוט זיך בשמי מעלה,
די באשעפער זאגט צו משה אליין
אז אידן ענטפערן אמן,
אפילו אן קיין תורה,
אז מ’לויבט דעם בורא,
וועל איך דאפלען זיין הכנסה,
אני כופל להם פרנסתו
א בחור אין די יארן, האפענונג פארלארן,
א משפחה אין די רייע מ’ווארט,
א חולה אין שפיטאל, מיט יסורים אן א צאל,
די גאנצע משפחה פאר’צער’ט,
א איד טוט זיך פלאגן, בעלי חובות טוען יאגן
אין משפט מען טוט אים קלאגן
צער גידול בנים, שווערע ענינים,
ער שעמט זיך בבושת פנים,
א עצה פאר זיי, יהא שמי’,
זאגן יהא שמיה רבא
העלפט ענק אין יעדע שעה,
ס’וועט אוועקנעמען, אלע מיני קלעמען,
אמן איז א סגולה אויף אלעס,
אויסצובעטן כל משאלות.
די הייליגע מהר”ל, זאגט א כלל,
גזר דין של שבעים שנה,
אפילו ס’איז א גזר, עד אין לשער,
אויף א גאנץ לעבן קיין שום מתנה,
אויבן איז פארשריבן, קיין מזל פארבליבן,
צו האבן צרות אגאנץ לעבן,
אבער העונה בכל כחו, וועט ער זיין זוכה,
א נייע מזל זיך ערוועבן.
וכל אשר,
אז פאר איינעם גייט שווער,
ער ווארט אויף א סימן ברכה
ער וויל זוכה זיין צו הצלחה,
אוי וכל אשר
ער דארף נישט מער,
מיטן זאגן אמן, איז ער בטוח
אז וכל אשר יעשה, יצליח.
לוי יצחק פאלקאוויטש - יצליח
מקור: מרדכי דוד אסטרייכער, לחן: הרב שלמה קאליש, ז'אנר: חסידי - יידש.
נמצא באלבום: אמן ואמן.
Siton | יום ראשון ב' אדר התשע"א, 06-02-2011 בשעה 21:09צפיות: 4737.
לוי יצחק פאלקאוויטש
עוד באתר:
בשבילי נוצר האלבום הנפלא הזה...
מבקר המוזיקה איתי סיטבון בטור מיוחד על אלבום הבכורה של הזמר והיוצר ברוך שלום בלסופסקי - "בשבילי נברא העולם" אותו הפיק הזמר יידל ורדיגר לפני כחצי שנה.
''קופץ מקפיץ ומוקפץ'' נתנאל לייפר על ''אחד יחיד ומיוחד'' של אוהד מושקוביץ
נתנאל לייפר על אלבומו החדש הנמרץ והתוסס של אוהד מושקוביץ "אחד יחיד ומיוחד"
שומע צעקה.
מבקר המוזיקה מאיר טרבלסי שמע והאזין ל־"צעקה" האלבום החדש של מרדכי בן דוד. וחזר עם טור שיתן לכם להבין טוב יותר את ה־"צעקה".
בניי חביביי, גם הכתבה...
איתן סיטון בביקורת מאוד מפרגנת לאלבום השני של נוחי קרון הנקרא "בניי", אלבום שמכוון לכמה סגנונות מוזיקה, הפקה טובה ומוזיקה מעולה...