מילות השיר:
משל:
דאס שטעטל פארט אויף רעדער
ס’איז שוין פארזאמעלט א יעדער
מ’פרייט זיך, מ’גרייט זיך
ווי עס פאסט
אויפצונעמען אזא חשובע גאסט.

די שפילער’ס מיט הויכע טענער
די קינדערלעך מיט פענער
צוזאמען אלע, בצהלה
פון גרויס ביז קליין
מ’ווארט אויפן מלך אליין
אט אט זעהט מען שוין
דעם גאלדענעם קרוין
פונדערווייטן, מיט סאלדאטן
ארום גענומען
די קעניג איז שוין ענדליך אנגעקומען,
יעדער צוזאמען מיט פרייד
“יחי המלך” מ’שרייט,
מ’זינגט דארט, מ’קלינגט דארט,
מיט די גלעקלעך
ווען פלוצלינג, האט פאסירט עפעס שרעקליך.

א שטיינדעלע, א קליינע
געווארפן האט מען אויפן מלך,
אין כעס ער ווערט
אלעס צושטערט
די מצב איז דארט גאר געפערליך,
באפעלט אינגיכן, אויפצוזיכן
אלע גאסן מי הוא זה,
די מיליטער, מיט געווער
זוכן אהין און אהער
ווען ענדליך טרעפט מען ווער.

א יונגעלע א זיסע
מ’וויל איהם דן זיין למיתה,
מ’ווארפט אים אין תפיסה
די סאלדאטן מ’כאפט אים
מ’פייניגט אים, מ’צוקלאפט אים,
דאס בלוט מ’צאפט אים,
נאך עטליכע וואכן
אויסגעדארט און צובראכן,
פארן משפט מ’טראגט אים
די קעניג ער זאגט אים
א מורד במלכות
אחת דתו להמית!
ווען מיטאמאל געט איינער א זאג
איך האב געהערט יענע טאג
דאס יונגעלע, געשטאנען, לעבן מיר,
מיט יעדעם צוזאמען הויך
געשריגן מיט די גאנצע כח
יחי המלך יחי!
אוי קעניג טייערע
זיי מבטל די גזירה,
דו זעהסט דאך, מיט רעכט
ער איז פאר דיר א געטרייע קנעכט,
ס’איז נישט געווען קיין געוואלדעס
נאר א נארישע מעשה ילדות
פארדעם האט ער, ביז אהער
שוין אזויפיל יסורים געקאסט
און ער האט אים פריי געלאזט.

נמשל:
על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה
קומט א נשמה של מטה
בבושת פנים, מן העבריינים.

אפגעטוהן עבירות
געלעבט מיט הפקירות,
די קטיגור שרייט חי וקיים
א מורד במלכות שמים,
מ’דארף אים נעמען
אין גיהנום.
מ’וויל אים שוין טראגן פון דאנעט
קומט די סניגור און טענה’ט,
דער מענטש, איז א בן עולם הבא,
איך האב אויף דעם קלארע ראיות
א יעדן טאג אין שוהל מיט חיות
געשריגן “אמן יהא שמיה רבא”

א כוונה איז דאך דא
ליחדא שמא
שמא דקודשא בריך הוא,
און אלע עבירות דאס איז
ווייל נכנס בו רוח שטות
אנא עבדא דקודשא בריך הוא,
און די יסורים, די ריטן
א גאנץ לעבן אפגעליטן,
שוין גענוג-איז, אויף די עוונות
אין גן עדן קומט זיך אים א שטול,
און די טענות, האבן אלע
אנגענומען ביים בי”ד של מעלה
די סניגור, איז דאס אליין,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא אמן.