מילות השיר:
פזמון :
אוי, מאמע,
אידישע מאמע,
דו בויסט דאך כלל ישראל,
אוי מאמע,
בזכות דיר מאמע,
ישועות אלעמאל.
אין מצרים די יללות ,
אזא שעבוד, אזא גלות ,
קינדער אזוי קליין ,
אין טייך אריין.
מיט אמונה און בטחון ,
אלע אידישע מאמע’ס ,
די בעיבי’ס אין פעלד ,
דארט אוועקגעשטעלט.
ווער קען פארשטיין?
דאס הארץ טוהט צוגיין ,
קינדער קליין ,
לאזן אליין.
פתח פתח להם ,
די קינדער צו דיר נעם ,
איך פארלאז זיך אלעמאל ,
אויפן שומר ישראל.
אוי מאמע ,
זארג נישט מאמע!
די קינדער וועל איך שפייזן ,
בזכות דיין אמונה ,
דיין ווארעמע תחינה ,
פון מצרים ענק אויסלייזן.
פזמון....
ויהי בימי אחשורוש ,
ארור המן און זרש ,
אידן אין געפאר ,
בכל אתר.
אפגעזיגלט, אפגעביגלט ,
געשיקט די בריוון אומעטום ,
להרוג ולאבד ,
את כל היהודים.
אין גרויסן הסתר, די מלכה אסתר ,
אין די צרה אט די גרעסטע ,
וואס צו טוהן זי ווייסט ,
די אידן זי הייסט.
לך כנוס ,
קליין און גרויס ,
פאסטן, וויינען און בעטן ,
דערנאך וועל איך,
צום קעניג צוטרעטן.
אוי אסתר וויינט און קלאגט ,
צום באשעפער זאגט ,
קלי קלי ,
למה עזבתני.
צום מלך טוהט זי גיין ,
זי טרעפט ביי איהם חן ,
זי ברענגט די ישועה ,
און המן די תליה.
פזמון...
די יוונים, עזי פנים ,
ופרצו חומות מגדלי ,
די תורה אויסרייסן ,
געוואלט האבן זיי.
אליפורני הרשע, א גזירה קשה ,
אלע אידן ארומגעמויערט ,
מ’הונגערט און מ’דארשט ,
און מ’טרויערט.
יהודית די צדקת ,
געבעטן מיט דבקות ,
מיט מסירות נפש גרויס ,
צום רשע ארויס.
אין פאלאץ איז זי אריין ,
פארשלעפערט איהם מיט וויין ,
אין שלאף איהם אומגעברענגט ,
די ישועה זי ברענגט.
פזמון....
הרב יוסף משה כהנא ויוסי ווייס, יואלי גליק - אוי מאמע
מקור: הרב יוסף משה כהנא, לחן: ר’ פנחס מרדכי וועבער, ז'אנר: לא צויין.
נמצא באלבום: א אידישע מאמע.
yosittt | יום חמישי ח' כסלו התשע"ז, 08-12-2016 בשעה 22:50צפיות: 3175.

הרב יוסף משה כהנא
הערות על השיר:
מקהלת ילדים: MK Studio.
סולנים ילדים: יוסי ווייס, יואלי גליק..
מקהלת ילדים: MK Studio.
סולנים ילדים: יוסי ווייס, יואלי גליק..
עוד באתר:
הזמיר שר נחמה ועידוד
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומו החדש והמגוון מאד של נגן הסקסופון היוצר דניאל זמיר
לב טהור - נתנאל לייפר על אלבום הרוק של יזהר שאבי
נתנאל לייפר נהנה מאלבום הרוק המשובח של הזמר ונגן הגיטרה והעוד יזהר שאבי
בניי חביביי, גם הכתבה...
איתן סיטון בביקורת מאוד מפרגנת לאלבום השני של נוחי קרון הנקרא "בניי", אלבום שמכוון לכמה סגנונות מוזיקה, הפקה טובה ומוזיקה מעולה...
יעלה אלישבע מארחת בהיכל הניגון
נתנאל לייפר בביקורת על אלבומה המיוחד של היוצרת יעלה אלישבע "היכל הניגון" שיצא מחדש ומושר על ידי מיטב הזמרים של המוסיקה היהודית