מילות השיר:
איך האב אין לעבן פארשידענס אדורכגעמאכט
זכרונות וואס פארגעסן איז נישט לייכט,
שווערע טעג'ן, ווען איך פלעג פרעגן, פארוואס פונקט ביי מיר,
איך קען נישט ווייטער מער, אלעס האט א שיעור.
ווייטאג וואס כ'האב קיינעם געקענט פארציילן,
יסורים וואס כ'האב נישט געקענט אליין אויסהיילן,
אז איך וויל, האב איך פיל, תירוצים גערעכטע,
פארוואס צו זיין פארביטערט אדער אויף וועגן שלעכטע.
איך האב אבער פארשטאנען,
עס איז אלס נסיונות פארהאנען,
עס וויל דעם מענטש אפשוואכן
מען זאל נישט צו הויעך דערגרייכן.
עס טוט וויי עס שטעכט ווי נעגלעך,
אנצוגיין קוקט אויס אוממעגליך,
אבער ווען אויפגעבן האט איך געפלאנט,
האב איך זיך גלייך דערמאנט.
איך קען נאר שטייגן העכער,
טאמער ווייס איך זעכער,
אז יעדע נסיון טוט מיר כוחות געבן,
ס'טוט וויי, יא ביסט גערעכט,
איך וויין ווייל ס'שטעכט,
אבער דאך מוז איך אנגיין מיט מיין לעבן.
איך קוק נישט וואס ס'איז געווען,
נאר אויף פאראויס דארף מען זעהן,
ווייל אויב מ'קוקט נישט ווי מען גייט, צוקלאפט מען זיך שטארק,
די פארגאנגענהייט לאז אפ,אלטע פעקלעך ווארף אראפ,
וועסטו זעהן דו וועסט אנקומען ביזן שפיץ בארג!
ביסט אויפגעוואקסן מיט שווערע יארן יונגע,פארלוירן, צובראכן, מצבים נישט קיין גרינגע,אינדערהיים ליידער, צו אין חדר, אין ישיבה א שווערע זמן,און האסט באשלאסן אז פון דיר וועט שוין גארנישט זיין. די יאוש איז גרויס אבער לאז זיך נישט פארכאפן,דער עבר קען נישט דיין גאנצן עתיד צוקלאפן,דו מוזט גלייבן, דו קענסט דיך הייבן, אפילו נאך שוועריגקייטן,און דו קענסט מצליח זיין גאר מער ווי א צווייטן. דו מוזט דיך נאר דערמאנען,
עס איז אלץ נסיונות פארהאנען,
עס וויל דעם מענטש אפשוואכן,
ער זאל נישט צו הויעך דערגרייכן.
ס'טוט וויי ס'שטעכט ווי נעגלעך,
אנצוגיין איז דאך אבער מעגליך,און אויב אויפגעבן האסטו געפלאנט,
מוזטו ווערן דערמאנט
אז: דו קענסט נאר שטייגן העכער
טאמער ווייסטו זעכער,
אז יעדע נסיון טוט דיר כוחות געבן,
ס'טוט וויי, יא ביסט גערעכט,
דו וויינסט ווייל ס'שטעכט,
אבער דאך מוזטו אנגיין מיט דיין לעבן.
קוק נישט וואס ס'איז געווען,
נאר אויף פאראויס דארף מען זעהן,
ווייל אויב מ'קוקט נישט ווי מען גייט צוקלאפט מען זיך שטארק,
די פארגאנגענהייט לאז אפ,אלטע פעקלעך ווארף אראפ,
וועסטו זעהן דו וועסט אנקומען ביזן שפיץ בארג!
שימי אנגל - גיי אן ווייטער...
מקור: לא צויין, לחן: מוטי אליוביץ, ז'אנר: חסידית.
נמצא באלבום: אין שום יאוש בעולם כלל.
yosittt | יום רביעי כ"ז סיון התשע"ד, 25-06-2014 בשעה 12:46צפיות: 4282.

שימי אנגל
הערות על השיר:
לחן: מוטי אליוביץ
עיבוד: צבי בלומנפלד
סולן אורח: מוטי אליוביץ
מיקס: לארי גייטס
קונספט: שימי.
לחן: מוטי אליוביץ
עיבוד: צבי בלומנפלד
סולן אורח: מוטי אליוביץ
מיקס: לארי גייטס
קונספט: שימי.
עוד באתר:
האלבום שעבר את כל מבחני הקבלה...
בתחילת השנה הוציא הזמר ישראל ורדיגר את אלבומו הרביעי בשם "אברכה".
לפניכם טור מהמבקר איתי סיטבון עם רשמים מתוך האלבום החדש.
קריאה מהנה!
בא לברך.. נתנאל לייפר על ''המברך יתברך'' של יואלי גרינפלד
נתנאל לייפר על אלבום הבכורה של הזמר החסידי יואלי גרינפלד "המברך יתברך"
מזמורי נבוכים. נתנאל לייפר על אלבומו של קובי אוז
נתנאל לייפר על אלבומו של קובי אוז מטיפקס לשעבר ,"מזמורי נבוכים"
אברהם אבוטבול ז"ל - אברהם היה אחד
קווים לדמותו ולזכרו של אחד המוסיקאים הגדולים במוסיקה היהודית מקורית, הזמר והיוצר אברהם אבוטבול ז"ל (בית הקדושה, כוכבי אור, האר לי משם),"בן ברוך" מאושפזין.